דער בן בקר וואס האט אריינגעפירט אברהם אין מערת המכפלה
וועגן: אברהם אבינו דער מלאך רפאל אדם הראשון חוה
די מעשה
דא איבערדערציילט פון 3 מאל וואס דער משגיח דערציילט עס; די פרטים זענען נישט גלייך פון איין מאל צום אנדערן. הערט עס אין שיעור.
אברהם איז געגאנגען אין שטאל נאך א שיינעם בן בקר פאר די אורחים, אבער דער בן בקר איז געווען דער מלאך רפאל וואס איז געקומען היילן זיין מילה. ער איז אנטלאפן, אברהם איז אים נאכגעלאפן אין א מערה אריין, און די מערה איז געווען מערת המכפלה, וואו ער האט געזען אדם און חוה באגראבן און דאס ליכט וואס שיינט דארט. ער האט נישט געהאט קיין צייט צו בלייבן, דער בן בקר איז צוריק געווארן א מלאך, און ווייל עס איז שוין געווען שפעט האט אברהם באשאפן א בן בקר מיט ספר יצירה.
וואו ער דערציילט זי
לויטן יאר וואו מען ווייסט עס; די אן א יאר צום סוף.
| שיעור | צייט | יאר | שפראך | ביי |
|---|---|---|---|---|
| ע"י קדושת ברית מילה זכה א"א למלכות - וזה מכוון למערת המכפלה 1 | חיי שרה | תשל"ג (1972–73) | אידיש | 15:55 |
| צד א: חיזוק מחנוכה - יש לי חלק באלקי ישראל! 13 | חנוכה | תש"מ (1979–80) | אידיש | 27:18 |
| A פרשה of .פקידת עקרות The מסירת נפש of אברהם אבינו for the מצוה of הכנסת אורחים and his Reward 3 | וירא | תשס"ו (2005–06) | ענגליש | 12:16 |